Free shippingOver $75
15-day returnsEasy returns
Secure checkoutShopify protected
Local deliveryLakewood area
Description
אסתר האט נישט געלאזט די שיינע סומע אזוי טרוקן אפפארן צו איר ציל. זי האט מיטגעשיקט א הארציגער בריוו. און א פעקל. אויפן פעקל האט זי געלייגט אירע אלע האפענונגען. אלע כוחות, אלע געפילן. האפענוגספולע. ערווארטעטע. דער פעקל פון איר געשטריקטער חלום. "אזוי?" מאדאם מארגארעט האט אויסגעזען רואיג און אויך, באפרידיגט. "איך זאג דיר חייקע, נאך אלעם, דארפסטו וויסן אז דו האסט גרויס מזל. נו, פוילישע. נישט יעדער איז זוכה, א פעקל עסן זאל אים אפווארטן אונטערן טיר. " מאדאם מארגארעט האט אריינגעטראטן טיפער אין קאן. זי האט ארויסגעשלעפט דער צעטל מיטן'כשר' אויפשריפט דערויף. " גלאט כשר, רייכער'ס רעסטוראנט ". האט מארגארעט הויך אויפגעליינט. " נישטא בעסער פון דעם. איך זאג דיר חייקע, עקסטער גוטע עסן, פון א פארלעסליכער קלייטניק. " " רעד זילפה, רעד. " אסתר האט זיך צוהיצט. זי וועט מוזן מאכן רעדעוודיג איר טאכטער, פאר זי וועט גערירט ווערן פון זינען. וואס טוט זיך דא? קוים פאר צוויי מינוט, איז זילפה געווען אזוי אפנהארציג, זי האט גערעדט און געפרעגט איבער באבא, און דא- אן קיין פריערדיגע מעלדונג, אזוי איינגעהאלטן און טרוקן. אן קיין פריערדיגע מעלדונג? האסט פארגעסן פרוי קראנץ, דו האסט אריבערגעפירט א נושא. א נושא וואס מאכט דיין טאכטער איינגעהאלטן און פארמאכט. יאיר קענט פאמיליע צייטלין?" "ס'זענען פאראן עטליכע צייטלין דא אין געגנד." "יא, אבער די וואס זענען אנגעקומען פון פראנקרייך." "ווער האט זיי געראטן און געהאלפן פארלאזן בית שאן?" "איך האב נישט קיין אנונג. " און אויב יא, וועסטו דו זיין דער לעצטער וועמען איך וועלן מיטטיילן. ליינט מיט שפאנונג די מערקווירדיגע ערציילונג אין עטליכע טיילן, וואס וועלן צוזאמען שטריקן און פארבינדן א אטענטישע אומגלויבליכע פאסירונג. און אויב פארן ליינען וועט איר מיינען, אז די דראמע וואס שפילט זיך אפ צווישן די שורות, איז א פארגאנגענהייט, וועט איר גאנץ שנעל איינערקענען אז די נסיונות שפילן זיך פונקט אזוי אפ אין אונזער געגנווארט. שעפט באפרידיגונג ביים ליינען, און כוחות צו ביישטיין נסיונות אויך לאנג דערנאך.
| Code: | 9789657769508 |
|---|---|
| Author: | ש. לאוב |
| ISBN-10: | 9657769507 |
| ISBN-13: | 9789657769508 |
| Format: | Hardcover |
| Pages: | 657 |
| Dimensions: | 6.3" x 9.3" |
| Publisher: | Lechaim |
| Date: | 9/1/2020 |
Shipping and returns
Free shipping over $75 on eligible orders. Returns are accepted within 15 days according to the store return policy.
Book details
| Publisher | ש. לאוב |
|---|---|
| SKU | 9789657769508 |
| Availability | Out of stock |
ש. לאוב
Foreinigt - פאראייניגט
$29.49
Pay over time for orders over $35.00 with Shop Pay when available.
אסתר האט נישט געלאזט די שיינע סומע אזוי טרוקן אפפארן צו איר ציל. זי האט מיטגעשיקט א הארציגער בריוו. און...
- Carefully packed and shipped from Judaica Square
- Free shipping over $75 in the continental U.S.
- 15-day returns, simple and clear
🚚Free shipping over $75Eligible U.S. orders
↩15-day returnsSimple return window
🔒Secure checkoutEncrypted Shopify checkout
📍Local helpLakewood, NJ, 2 locations
/





