Free shippingOver $75
15-day returnsEasy returns
Secure checkoutShopify protected
Local deliveryLakewood area
Description
אִין טְרִיט פון דִי גְדוֹלֵי הַדּוֹרוֹת
- וויפיל מאל האבן מיר געהערט שיינע שפאנענדע מעשיות איבער גדולי ישראל, און מיר האבן זיך פראבירט צו פאנטאזירן ווי אזוי האט עס פאסירט, און וואס באמת איז דארט פארגעגאנגען... פאקטיש וועט קיין שום שילדערונג אונז נישט קענען פירן צו די ווירקליכקייט וואס איז געווען, צו די שטעטעלע פון אמאל, צו די אומאויסגעפלאסטערטע געסלעך, צו די האלב איינגעפאלענע הייזקעלעך און צום קאלירפולן צוזאמשטעל פון אירע איינוואוינער. מענטשן וואס האבן זיך געספראוועט מיט נישט פשוט'ע פארמעסטונגען, פון פירן א אידישן לעבנס שטייגער צווישן מויערן פון התבדלות און פערזענליכע אפהיטונג. אבער בעיקר זענען אונזערע באגריפן צו מאגער צו משיג זיין די געהויבענע געשטאלטן וועלכע האבן זיך דארט ארומגעדרייט, אידישע פאסטוכער וועלכע האבן געטריי געפירט זייערע סטאדעס שאף, און ערוועקן לעכצעניש און בענקשאפט ביז'ן היינטיגן טאג. די דאזיגע פערזענליכקייטן, וועמענ'ס תורה און דרך הנהגה איז אפגעהיטן געווארן אין דעם אידישן ספרים אוצר, זענען אונז אפטמאל באקאנט פון די שריפטן וואס זיי און זייערע תלמידים האבן געשריבן; אבער זייערע טאג טעגליכע פירונגען, די מעשיהם של צדיקים, זענען געבליבן פארהוילן, און אויסער קליינע ברעקלעך וואס זענען פארהיטן געווארן אין די מעשיות פון צדיקים, איז נישט באשריבן געווארן אויף זיי אין יענע צייטן קיין אויספירליכע ביאגראפיעס, אזוי ווי עס ווערט געשריבן היינט צוטאג אויף גדולי ישראל. די דאזיגע פירונגען זענען נישט קיין קלייניקייטן. זיי זענען נישט קיין סתם' מעשיות', נאר וועג צייכנס און געהויבענע פירונגען פון געטליכע לייט, וועמענ'ס ליכטיגקייט האט געשיינט אויפ'ן אידנטום אין יעדן דור באלייכטנדיג דעם הימל נישט נאר אין זייער צייט, נאר ביז אונזערע צייטן. צו זייער ליכט זענען ערצויגן געווארן גאנצע דורות און לויט זייער ווארט האבן אונזערע עלטערן איבערגעגעבן צו אונז דעם ריכטיגן וועג פון דור צו דור. אין די ספרים סעריע " אויף דִי אוֹיסְגֶעטְרָאטֶענֶע וֶועגְן ", פראבירן מיר צו כאפן א בליק אויף אט די פראכטפולע געשטאלטן, אריינבליקן אינעם אוצר פון אונזערע גדולים, וואס טראץ דעם וואס מיר האבן נישט די מינדעסטע השגה אין זייער גרויסקייט און אומגעהויערע קדושה, קענען אונז די מאלערייען און פראפעסיאנאלע שילדערונגען פארשטעלן - כאטש מיט א שוואכע פאנטאזיע - א טראפ פון א טראפ פון זייערע לעבנס געשיכטעס און געהויבענע מעשים. - והיו עינינו רואות את מורינו...
| Code: | 9789657769409 |
|---|---|
| Author: | מוטי הלר |
| ISBN-10: | 965776940X |
| ISBN-13: | 9789657769409 |
| Format: | Hardcover |
| Pages: | 67 |
| Dimensions: | 10" x 13.5" |
| Publisher: | Lechaim |
| Date: | 9/1/2020 |
Shipping and returns
Free shipping over $75 on eligible orders. Returns are accepted within 15 days according to the store return policy.
Book details
| Publisher | מוטי הלר |
|---|---|
| SKU | 9789657769409 |
| Availability | Out of stock |
מוטי הלר
Oif Di Oisgetrutene Vegen Volume 1 - אויף די אויסגעטראטענע וועגן חלק א
$10.99$25.49Save $14.50
Pay over time for orders over $35.00 with Shop Pay when available.
אִין טְרִיט פון דִי גְדוֹלֵי הַדּוֹרוֹתוויפיל מאל האבן מיר געהערט שיינע שפאנענדע מעשיות איבער גדולי ישראל, און מיר האבן זיך...
- Carefully packed and shipped from Judaica Square
- Free shipping over $75 in the continental U.S.
- 15-day returns, simple and clear
🚚Free shipping over $75Eligible U.S. orders
↩15-day returnsSimple return window
🔒Secure checkoutEncrypted Shopify checkout
📍Local helpLakewood, NJ, 2 locations
/





